דער שנײ איז שװאַרץ אין שטאָט אין מײַנער
דער שנײ איז שװאַרץ אין שטאָט אין מײַנער
,ס'ליגט רוס און קאָפּעטש בײַ דעם פּלױט
װוּ ס'דרימלען הינט. אין די שעזלאָנגען
און אויף די שטולן זיצן מענטשן
.אַקװעם, און עסן װאַרעם ברױט
.
די טױבן הוליען אױף די דעכער
געפֿינענדיק אין יעדן שטאַל
אַן אָפּדאַך, בױען נײַע נעסטן
און מיט אַ פֿעדער, צי מיט מאָך
.פֿאַרשטעקן זײ אַ שפּאַלט, אַ לאָך
איך גײ אַרױס, מײַן שװאַרצן פּעלץ
,דערקענען גלײַך די הינט – און װױען
און פֿירן מיך, און כ'פֿאָלג נאָך זײ
אַהין װוּ ס'לײגט זיך װײַסער שנײ
שטיל אױפֿן ייִדישן בית־עולם
Sarah Kirsch. "Der Schnee liegt schwarz in meiner Stadt "
דער שנײ איז שװאַרץ אין שטאָט אין מײַנער
,ס'ליגט רוס און קאָפּעטש בײַ דעם פּלױט
װוּ ס'דרימלען הינט. אין די שעזלאָנגען
און אויף די שטולן זיצן מענטשן
.אַקװעם, און עסן װאַרעם ברױט
.
די טױבן הוליען אױף די דעכער
געפֿינענדיק אין יעדן שטאַל
אַן אָפּדאַך, בױען נײַע נעסטן
און מיט אַ פֿעדער, צי מיט מאָך
.פֿאַרשטעקן זײ אַ שפּאַלט, אַ לאָך
איך גײ אַרױס, מײַן שװאַרצן פּעלץ
,דערקענען גלײַך די הינט – און װױען
און פֿירן מיך, און כ'פֿאָלג נאָך זײ
אַהין װוּ ס'לײגט זיך װײַסער שנײ
שטיל אױפֿן ייִדישן בית־עולם
Sarah Kirsch. "Der Schnee liegt schwarz in meiner Stadt "